חסידישע הנחות
חינוך של ילד צריך להיות חדור עם חיות חסידית.......................... 5
עבודת התפילה - עמוד האור בחיי החסידים.................................. 7
התפילה באריכות בשבת נותנת כח לימות החול............................. 8
עצה לנצח היצה"ר - להתיעץ עם המדריך...................................... 9
להיות ראוי לברכת השם צריכים להתפלל כדבעי........................... 9
תכלית החיים אינה באכילה ושתיה.............................................. 10
לגדל הילד להיות חסיד, ולא שיהי' לבוש בבגדים יקרים.............. 11
חסיד אינו יכול לסבול גודל שיקוע בגשמיות................................ 11
לימוד איינגליש מטמא את ה"קינדערישן מוח".............................. 13
החילוק בין חסיד חב"ד ל"פוילישער חסיד"................................... 14
התוועדות
בבית חסידי לא מתפעלים מאמירת "לחיים" אפי' באמצע
השבוע.. 17
חינוך אדמו"ר הריי"צ לענין התוועדות.......................................... 18
התוועדות הוא דבר עיקרי............................................................ 19
מנהגים ותקנות
הכרח הזהירות בקיום המנהגים.................................................... 21
אדמו"ר הזקן מסר נפשו על מנהגי חב"ד....................................... 21
חסידים נוהגים כמנהג הרבי......................................................... 22
מנהגי ליובאוויטש - נוגעים בנפש................................................ 24
אהבת רעים
אהבת ה', התורה, וישראל - כולא חד........................................... 25
הנשיאים קיימו בעצמם מה שתבעו מהמקושרים........................... 26
מדרכי החסידות שיהיו כל החסידים כמשפחה אחת...................... 27
טובה ליהודי - למעלה מהבנת
ענין עמוק..................................... 29
אהבת חסידים דפעם ודעכשיו...................................................... 29
הרוח דאָהבת רעים האמורה להיות בין החסידים.......................... 30
א. אין דעם ענין פון חינוך איז דאָ אַן אונטערשייד
צווישן דעם לערנען פון גליא דתורה - דעם
אפענעם, אנטפלעקטן חלק פון תורה - און
פנימיות התורה
- דעם אינערלעכן, פארבאהאלטענעם טייל פון תורה, וואס ווערט
דעקלערט אין קבלה און חסידות.
אויף גליא דתורה שטייט: "קטן משיודע לדבר
אביו מלמדו תורה", ווי נאר אַ קליין קינד ווערט
אימשטאנד צו ריידן דאָרף מען אים אנהויבן צו לערנען תורה. אין דער צייט ווען
פנימיות התורה
- כאטש ביי חסידים הויבט מען דאָס אויך אן פאר בר מצוה, איז
עס אבער פיל שפעטער ווי "משיודע לדבר". דאָס איז אבער נאר בנוגע צו דעם
לערנען און דעם פארשטיין פנימיות התורה. דעם ענין
פון חסידות, די לעבעדיקייט און ווארעמקייט פון חסידות, מוז מען אריינגעבן אויך אין
יעדער פיצל קינד.
ב. דער תניא איז די "תורה שבכתב" פון
חסידות. דאָך, ווען מען האט געלערנט מיט דעם רבי'ן (דעם שווער) אלף-בית, וואס דאָס
איז דאָך דער אנפאנג פון נגלה דתורה, האט מען דאָס אנגעפאנגען אין שער בלאט פון
תניא.
דער צוועק פון דעם איז צו געבן דעם קינד אן אנפאנג
אויך אין דעם לערנען פון חסידות.
כדי אַ קינד זאל שפעטער נעמען
דעם לערנען און פארשטאנד פון חסידות דאָרף מען עס פריער דורכנעמען, אין אלגעמיין,
על כל פנים. דאָס מיינט אז די לעבעדיקייט, די הארציקייט און ווארעמקייט פון חסידות
דאָרף מען אנהויבן איינפלאנצן אין אַ קינד ווי ער ווערט נאר
אלט אכט טעג
- וואס דאָן איז דער אנפאנג פון דעם אריינקום פון
דעם נפש האלקית, די ג-טלעכע נשמה, און אפילו נאך פריער, אין אַ קינד
פון איין טאג.
אין אַ חסידישער הויז דאָרף
יעדער קינד דערפילן די ווארעמקייט און לעבעדיקייט אין וועלכער ער האדעוועט זיך,
און דאָס איז אפהענגיק ניט אזוי פיל אין דעם מאן ווי אין דער פרוי, די "עקרת
הבית", אין איר ווענדעט זיך אז די היים זאל זיין אַ חסידישע
היים און אז דער קינד זאל דאָס פילן.
ג. און דער ענין החסידות אין שטוב דאָרף זיך
דערפילן אין אלע דריי טיילן, אין תורה, עבודה און גמילות חסדים.
אין תורה: עס דאָרף זיך פילן דער חיות און ברען
אין תורה וואס זי איז דעם אויבערשטנס תורה, דעם אויבערשטנ'ס חכמה. אין לערנען דאָרף
מען פילן
אַ התלהבות און אַ יראה
ווי ביי מתן תורה (כמאר רז"ל מה להלן וכו'). און דאָס ניט נאר ווען ער זאגט אַ טיפן
פלפול, נאר אויך אין אַ פשוט'ן פסוק חומש מיט
רש"י, אדער אפילו אָן רש"י, און אפילו אין לערנען אלף-בית. אז מען לערנט
מיט אַ קינד
אלף-בית דאָרף זיך פילן אז דאָס איז חכמתו של הקב"ה, דעם אויבערשטנס חכמה.
אין גמילות חסדים: אַ קינד
דאָרף אנהערן אז אין שטוב גיט מען אַ פולע צדקה, ניט אַ צענט-חלק
(מעשר), ניט
אַ פינפט-חלק (חומש), נאר אָן קיינע באגרענעצונגען.
אז מען ווייסט אז יענעם איז ענג מצד וואס פאר אַ סיבה
עס זאל ניט זיין, ווארט מען ניט אז יענער זאל קומען בעטן, נאר מען פעדערט זיך און
מען גיט אָן
אַ באגרענעצונג.
אין עבודה: ווען דער מאן בלייבט אין שול דאָוונען
נאכן מנין, איז כאטש דער מנין האט געענדיקט דאָוונען מיט עטלעכע שעה פריער, דאָרף
די שטוב וויסן אז ער קומט שפעטער ווייל ער דאָוונט תפילה בציבור, לויט דעם חסידשן
טייטש פון "בציבור", - וואס מיינט, צוזאמעננעמען אלע כחות פון דער נשמה און אלע
בירורים.
ד. אט דעם טייטש פון תפלה "בציבור" האט
דערמאנט דער רבי דער שווער אין אַ מעשה וואס ער האט דערציילט אין
נאמען פון זיין פאטער, כ"ק אדמו"ר מוהרש"ב נ"ע, וועגן זיין
שווער, כ"ק הרה"צ וכו' הריי"צ נ"ע.
הרה"צ הריי"צ נ"ע איז געווען אן
איידעם ביי כ"ק הרה"צ וכו' ר' יעקב ישראל טשערקאסער. ווען ר' יעקב ישראל
האט געפרעגט ביי הריי"צ נ"ע ווי ער פירט זיך מיט דאָוונען, האט ער געענטפערט,
אז ער באמיט זיך צו דאָוונען בציבור. איז ר' יעקב ישראל געווען צופרידן פון דעם
ענטפער.
אמאל האט ר' יעקב ישראל געשיקט רופן דעם
ריי"צ. האט דער שליח געפונען אז ער דאָוונט נאך. ביי ר' יעקב ישראל'ן איז
דאָס געווען אַ וואונדער, ווייל דער מנין האט שוין געהאט געענדיקט דאָוונען. מיט אַ צייט
שפעטער האט ער געשיקט דעם משרת נאך אמאל, אבער דער ריי"צ האט נאך אלץ
געדאָוונט. אזוי איז געווען עטלעכע מאל און עס האט געדויערט גאר אַ לאנגע
צייט. ווען דער ריי"צ האט געענדיקט דאָוונען האט ר' יעקב ישראל ביי אים
געפרעגט: דו האסט דאָך מיר געזאגט אז דו באמיסט זיך דאָוונען בציבור? האט אים דער
ריי"צ נ"ע געענטפערט אז ער האט געהערט פון זיין פאטער, כ"ק
אדמו"ר הצמח צדק נ"ע, אין נאמען פון אלטן רבי'ן, אז דער ענין פון תפלה
בציבור איז, "לצבור", צונויפזאמלען אלע כחות הנפש און אלע ניצוצות (ג-טלעכע
פונקן), און דאָס נעמט ביי אים אַ לאנגע צייט.
(לקו"ש ח"ב / הוספות – י"ט כסלו)
א. חסידים פלעגן גיין פארן דאָוונען אין וואסער,
ניט נאר צוליב
אַ טבילה המוכרחת על פי נגלה, נאר צוליב אַ טהרה
פנימית מיט
אַ בקשה להשי"ת ער זאל רחמנות האבן און זאל אים
געבן אַ געפיהל
אין עבודת התפלה בכלל און אין תקון המדות בפרט.
ב. דער סדר פנימי פון חסידים בעלי עבודה איז
געווען אז נאכן דאָוונען פלעגען זיי מאכען אַ קנייטש-סימן
אין סידור אז ביז דעם קנייטש האט מען היינט געדאָוונט בדרך החסידות, און דער
דאָוונען איז געווען דער עמוד האור, בא יעדער חסיד לפי ערכו ולפי מהותו, אין דעם
טאג-טעגליכען לעבען.
חסידים האבען געהאט אַ עונג-פנימי
אין עבודת התפלה, הגם די עבודת-ההכנה צום דאָוונען איז געווען אַ מרירות'דיקע,
וואס עס האט זיך שטארק געוויינט אויפן ריחוק פון אַ דערהער - אלקי, אַ געטליכען
געפיהל, אבער דער דאָוונען אליין איז געווען מיט אַ חיות.
אין דאָוונען האט מען געפיהלט אז מען לעבט, כשם ווי עס איז דאָ אזעלכע וואס דער
סימן אז זיי לעבען איז ווייל זיי עסען, אזוי איז געווען בא חסידים דער געפיהל אז
מען לעבט פון עבודת התפלה.
זקני חסידי-חב"ד פלעגען דערציילען אז באלד
ווי הוד כ"ק רבינו הזקן האט מגלה געווען און מסדר געווען דעם דרך עבודה און
השכלה פון חסידות-חב"ד, איז בא חסידים געשאפען געווארען אַ פאלקס
ווארט: אידן לערנען און דאָוונען, חסידים דאָוונען און טוען, און צוליעב דעם אז
מען זאל האבען מיט וואס צו דאָוונען האט מען במילא געמוזט פריער לערנען.
(משיחת
י"ט כסלו תש"ז - סה"מ תשי"א)
א. אמאל איז דער שבת געווען אַ זמן
עבודה. אַ גאנצע
וואך האט מען געווארט אויפן שבת. שבת האט מען געלערנט חסידות, שבת האט מען מאריך
געווען בתפלה, שבת האט מען געהערט אַ מאמר חסידות, שבת איז
מען זיך צוזאמענגעקומען באהבת ידידים, און געשמועסט אין דברי התעוררות, דערציילט
ספורי רביים, ספורי חסידים, שבת האט מען אנגעזאמלט כחות רוחניים אויף דורכצולעבן
די ששת ימי החול.
היינט איז דער שבת אַ מנוחת
הגוף טאג. ערב שבת נאכן שליסן די עבודת ימי החול, נאכן ארומוואשן זיך און אנטאן די
בגדי שבת, איז ניט מען לערנט חסידות, ניט מען איז מאריך בתפלה, נאר מען רוט זיך
אויס.
מיט דעם גרעסטן הארץ-ווייטאג מוז מען זאגן דעם
ביטערן אמת: וואס פאר אַ וואך אזא שבת - און
וואס פאר
אַ שבת אזא וואך.
און אזוי ארום ווערן - ח"ו
וח"ו הי' לא תהי' - די דרכי החסידות פארענדערט, און די עדת החסידים ווערט
ח"ו נידעריקער און נידעריקער, און עס באווייזן זיך צווישן דער חסידישער עדה
אזעלכע טיפוסי בני אדם, בעלי מדות רעות וועלכע מען קען ניט דולדן אפילו מחוץ למחנה
החסידים.
ב. א חסידישער איד ווען ער לייענט קריאת שמע שעל
המיטה, דאָרף זיך באטראכטן און מאכן אַ חשבון היום, וואס האט
ער אפגעטאן דעם טאג בהנוגע דעם ענין החסידות, וואס פאר אַ מדה
טובה האט ער דעם טאג קונה געווען און וואס פאר אַ פועל
טוב האט ער דעם טאג געטאן, הן בהנוגע זיך אליין און הן בהנוגע דעם צווייטן.
(משיחת
י"ב תמוז, תש"ח - סה"מ תש"ח)
א. עס איז דאָך אבער פאראן דער יצר הרע, וואס ער
שטערט דעם מענטשן, אויף דעם האט דער רבי דערציילט פון דעם אלטן רבינ'ס זון, וואס
ער האט געגעבן אן עצה ווי לייכטער צו מנצח זיין דעם יצר הרע.
די עצה איז: דורכריידן זיך מיט נאך אַ אידן,
צי מיט אַ חבר, צי מיטן קאונסילער, צי מיטן רבי'ן וועלכער לערנט תורה מיט אייך,
וועגן דער מלחמה וואס מען האט מיטן יצר הרע, און דאָן איז דאָס צוויי יצר טוב'ס - צוויי
נפש האלקית'ן
- אויף איין יצר הרע - איין
נפש הטבעית. און איר ווייסט דאָך אז בשעת מען פייט (שלאגט) זיך צוויי אנטקעגן
איינעם - זיינען
די צוויי מנצח.
(לקו"ש
ח"ב / הוספות – י"ב תמוז)
א. (ציוה לנגן הניגון אני מאמין. ואחר כך המשיך
לומר: )
בכדי מען זאל ווערט זיין און בקומען די אלע
אויבנדערמאנטע זאכן, האט מען אונז געגעבן די מצוה פון תפלה - דאָוונען,
וואס אין דאָוונען בעט אַ איד
און בעט אויס ביי דעם אויבערשטן ער זאל אים געבן אלץ וואס ער דאָרף.
און דערפאר דאָרף מען זען וויסן דעם טייטש פון די
ווערטער פון דאָוונען, אדער - ווען מען איז נאך גאר קליין - וויסן
ווייניקסטנס דעם אינהאלט פון דאָוונען.
און ווי דער רבי האט דערציילט אז זיין עלטער זיידע
האט אנגעזאגט די מלמדים אז זיי זאלן לערנען מיט זיינע קליינע אייניקלעך אויך דעם
פירוש המלות פון דאָוונען. און ווי פארנומען ער איז ניט געווען פלעגן די אייניקלעך
אריינגיין צו אים איינמאל אַ חודש און ער פלעגט זיי פארהערן
צי זיי ווייסן און צי זיי פארשטייען דאָס וואס זיי זאגן אין דאָוונען.
(לקו"ש
ח"ב / הוספות – י"ב תמוז)
א. און ווי דער רבי האט דערציילט אז זיין זיידע
האט דער קלערט זיינע קינדער (ווען זיי זייינען געווען נאך גאר קליין), אז יעדער
איד דאָרף פאר זיך שטעלן אַ תכלית אין לעבן, אַ תכלית
וואס איז העכער פון עסן, טרינקן, שלאפן און שפילן זיך. אַ תכלית
וואס באשטייט אין אויפפירן זיך ווי דער אויבערשטער וויל.
ב. אין דעם אלץ איז נאך דאָ אַ כלל,
וואס מען דאָרף אים שטענדיק געדענקען - און
דאָס איז וואס דעם רבי'נס טאטע האט אמאל געזאגט צום רבי'ן, ווען ער איז געווען אַ קינד,
פיר יאר אלט, אז דער אויבערשטער האט געגעבן אַ מענטשן
צוויי אויגן, בכדי אז אויף זיינע צאצקעס, צוקערקעס זאל ער קוקן מיט דער לינקער
אויג, און אויף
אַ אידן - קוקן
מיט דער רעכטער אויג, זען אין אים די מעלות.
- וואס דאָס אלץ גיט דעם כוח אויף אַ גוטער אויפפירנוג,
אז איר זאלט אלץ גיין העכער און העכער, אזוי אז אלע זאלן האבן נחת פון אייך, און
צו ערשט
- אייערע עלטערן און די טיטשערס
(מלמדים).
(לקו"ש
ח"ב / הוספות – י"ב תמוז)
א. און דעם זעלבע זאך איז אויך וואס אָנבאַלאַנגט
דעם חינוך פון קינדער, זין און טעכטער, אז דער עיקר אויף וואס מען דאָרף זיך
אפגעבן איז מחנך צו זיין די קינדער אין וועג פון תורה און מצוות, זען אז די קינדער
זאלן אויסוואקסן חסידים יראי שמים און לומדים, וואס דורך דעם ברענגט מען אן
אייביקן גליק צו די קינדער, ווי אויך צו די עלטערן.
אבער בשעת מען גיט זיך אָפּ צו פארפוצן דעם קינד
מיט טייערע מלבושים, בכדי אז זיין קינד זאל גיין מיט שענערע קליידער ווי דער קינד
פון די שכנים, איז דער גליק קאן אנהאלטן אַ טאג, אַ וואך, אַ חודש, אַ יאר
און דערנאך בשעת דער קינד ווערט דערוואקסן כאפט מען זיך אז מען האט פארפעלט צו
געבן אים דעם אמת'ן גליק דורך וועלכן ער וואלט געווען גליקלעך דעם גאנצן לעבן.
(לקו"ש
ח"ב / הוספות – בשלח)
א. דער רבי האט אמאל דערציילט, אז עס זיינען
געווען צוויי ברידער, איינער אַ ארימאן און אַ פרומער,
און דער צווייטער - אַ גביר און ניט קיין פרומער. דער ארימאן האט געהאט
עטליכע טעכטער וואס ער האט זיי געדאָרפט חתונה מאכן, און געדאָרפט האבן פאר זיי
נדן. וואס אין יענעם זמן, מעבר לים, איז דאָס געווען אַ שווערע
זאך. און
אַ ארימאן האט געדאָרפט געבן נאך מער נדן, ווארום
קיין אנדער זאך האט ער דאָך ניט געהאט.
בשעת דער ברודער דער ארימאן האט געדאָרפט האבן
געלט, איז ער אוועק געפארן צו זיין רייכן ברודער, בעטן בא אים געלט. אז ער איז
געקומען צו אים, איז דאָס בא אים - בא
דעם גביר
- געווען זייער אנגעלייגט ווייזן יקר תפארת גדולתו, האט ער
אים אנגעהויבן ארום פירן איבער אלע זיינע צימערן און פאלאצן.
דער ארימאן דער פרומער, הגם ער האט זיך ניט שטארק
געקאכט אין די הפלאות פון די פאלאצן, אבער ער האט דאָך ניט געהאט קיין ברירה,
וויסענדיק אז קומענדיק אהיים אן געלט, וועט ער האבן צרות פון די ווייב און די
טאכטער, איז בלית-ברירה איז ער ארום-געגאנגען מיט'ן גביר קוקן זיינע פאלאצן, אבער
עס האט אים ניט גענומען.
דער גביר האט עס באמערקט אז אים נעמט גארניט די
גאנצע מעשה, האט עס אים פארארט. ער ווייזט אים יקר תפארת גדולתו, און יענעם נעמט
עס גארניט! פרעגט ער בא אים - דער גביר בא דעם ארימאן - נו! וואס זאגסטו? ענטפערט
דער ארימאן: גיסטו מיר די געלט איז גוט, אויב ניט פאָר איך גלייך אוועק, איך האב
דאָ ניט וואס צו טאן. דעם גביר האט דאָס פארדראסן. זאגט ער צו אים: וואס הייסט דו
האסט דאָ ניט וואס צו טאן, וואס טייטשט, איך ווייז דיר דאָך אלע פאלאצן?
האט אים דער ארימאן געענטפערט אויף דעם מיט אַ משל.
עס איז דאָ
אַ חיה, וואס זי ליגט אין בלאטע און דאָס איז איר
עסק. דאָס איז איר גאנצער תענוג. גארנישט פעלט איר, ווארום זי האט אלץ וואס זי
דאָרף, זי ליגט כסדר אין בלאטע ביז'ן נאז, די איינציגע דאָגה אירע איז, פארוואס זי
ליגט אין בלאטע נאר ביז'ן נאז און זי ליגט ניט אין בלאטע אויך איבער'ן נאז.
במילא איז מובן וואס דער רבי האט געזאגט "ניט
מיט אונזער ווילן זיינען מיר אוועק אין גלות וכו'", ווארום אויב עס וואלט
געווען תלוי אין רצון, קאן דאָך זיין אזא וואס ער וויל גיין אין גלות מערער. ער
איז זיך ניט מסתפק מיט דער בלאטע וואס ער געפינט זיך אין איר ביז'ן נאז, ער וואלט
וועלן ליגן אין בלאטע - זיין אין חושך הגלות - אויך
איבער'ן נאז.
(משיחת
י"ג תמוז, תשט"ו)
א. מען האט מורה טאמער בשעת דער קינד וועט גיין
אין גאס און פרעגן בא אימעצן וועגן אַ גאס, וועט ער ריידן
איינגליש מיט
אַ אידישן אקצענט, וועט דאָך זיין קענטיק אז ער איז אַ איד,
לערנט מען מיט אים איינגליש און שאר חכמות חיצוניות, אויף מטמא זיין זיין
קינדערישן מוח.
די ערשטע דריי יאר ווען אַ קינד הויבט אן לערנען, דאָס איז די צייט וואס יעמאלט איז דער גאנצער יסוד ער זאל מצליח זיין אויך שפעטער, איז נעמט מען דעם קינד און מען איז אים מטמא דעם מוח מיט איינגליש, גראמאטיקע וכו'. הלואי וואלטן גרויסע אויך ניט געוואוסט פון דעם, היינט מכש"כ אַ קינד, ביז ניין יאר, ביז צוועלף יאר. איך וואלט זאגן אויך אויף ווייטער, נאר - תפסת מרובה לא תפס